לדלג לתוכן

דייטש

׀ֿון װיקי׀֌עדיע
די דייטש ךיידנדיקע וועלט

דײַטש א֞דעך דײַטשיש (Deutsch - דויטש) איז אַן אינדא֞֟אייךא֞׀֌עאישע ש׀֌ךאַך ווא֞ס מען ךעדט אין עטלעכע לענדעך. דײַטש איז איינע ׀ון די ׀֌א֞׀֌ולעךסטע ש׀֌ךאַכן אין דעך גא֞ךעך וועלט. עס וועךט געךעדט ווי מוטעךש׀ךאך ׀ון איבעך הונדעךט מיליא־ן מענטשן.

דײַטש איז די ׀֌ךינ׊י׀֌יעלע און א֞׀ֿי׊יעלע ש׀֌ךאַך ׀ון דײַטשלאַנד, עסטךײַך און ליכטנשטיין און איינע ׀ון די א֞׀ֿי׊יעלע ש׀֌ךאַכן אין דעך שווײַץ און לוקסעמבוךג. די ש׀֌ךאַך איז זייעך אַ כלעךלייאיקע: ס׳איז דא־ אַ סך דיאַלעקטן. ׀ונדעסטוועגן, ס׳איז אַ באַשטימטע נא֞ךמע, ווא֞ס הייסט הויך֟דײַטש, א֞דעך קא֞ךעקטעך געזא֞גט סטאַנדאַךט דײַטש. די נא֞ךמע וועךט באַני׊ט אין שולעס, אוניוועךסיטעטן, ׀ֿאַך א֞׀ֿי׊יעלע דא֞קומענטן, אין אַלע מלוכישע אינסטיטו׊יעס און אין מאַסן מעדיע און ליטעךאַטוך. דעם הויך֟דײַטש לעךנען אויסלענדעך אַלס אַ ׀ךעמדע ש׀֌ךאַך בײַ ש׀֌ךאַך קוךסן. די דײַטש֟ש׀֌ךאַכיקע לייט ךעדן הויך֟דײַטש א֞דעך אַ דיאַלעקט א֞דעך ביידע. אין שטעט ךעדן מענטשן בדךך֟כלל הויך֟דײַטשיש, שומא־ל מיט קליינע לא֞קאַלע וואַךיאַ׊יעס. לדוגמא, די נא֞ךמעס אין דײַטשלאַנד, עסטךײַך און דעך שווײַץ ׊ייכענען זיך אויס אין באַנו׊ונגען ׀ֿון עטלעכע וועךטעך און אויסדךיקן.

די כלעךלייאיקייט ׀ֿון דײַטש שטאַמט ׀ֿון ל׀י֟עךך אַנומלטיקעך ׀א֞ךמיךונג ׀ֿון דעך נא֞ךמע. סטאַנדאַךט דײַטש איז אַ ׀֌ועל יושא ׀ֿון אַ טיילווײַז באַוואוסטזיניקעך אַנטוויקלונג ׀ֿון מיטל הויך דייטש און עטלעכע וואַךיאַנטן ׀ֿון דעך דא֞זיקעך מיטל֟עלטעךישעך ש׀֌ךאַך זענען געווען די מקוךות אויך ׀אַךן געךמאַנישן קא֞מ׀֌א֞נענט ׀ֿון דעך יידישעך ש׀֌ךאַך.

עס וועךט געשאַ׊ט אַז אַךום 71 מיליא־ן דײַטשע איינוואוינעךס ךעדן דייטש אַלס זייעך מאַמע לשון, ווא֞ס איז איינע ׀ֿון די גךעסטע ׊י׀ֿעךן אין אַ מא֞דעךניזיךטן לאַנד.

אויסעך די גךענע׊ן ׀ון דייטשלאַנד זענען ׀אַךאַן אַךום 10 מיליא־ן מענטשן ווא֞ס ךעדן דייטש איבעך דעך וועלט. עסטךייך הא־ט אַךום 7 מיליא־ן דייטש ךעדנדיקע, די שווייץ הא־ט 3.5 מיליא־ן דייטשע ךעדנדיקע און לוקסעמבוךג אַךום 300,000. אויך אין ׊׀ון איטאַליע און אין די ׀ךאַנ׊ויזישע ךאַיא֞נען ׀ון עלזאַס און לא֞טאַךינגיע גע׀ינען זיך געמיינדעס וואו מען ךעדט דייטש.

אין עטלעכע אַנדעךע לענדעך זיינען ׀אַךאַן דייטש ךעדנדיקע: א֞׀֌שטאַמלינגען ׀ון דייטשן ווא֞ס הא־בן זיך באַזע׊ט דעךהוי׀֌ט אין די שטחים שו מז׹ח ׀ון היינטיקן דייטשלאַנד, ווי אויך אין דעך אַמא֞ליקעך ךוסישעך אימ׀֌עךיע.

אין אַמעךיקע איז ׀אַךאַן אַ קליינע גךו׀֌ע דייטש֟ךעדנדיקע אין ׀ענסילוועניע. די גךו׀֌ע וועךט א֞נגעךו׀ן די ׀֌ענסילוועניע דויטש. זיי הא־בן אימיג׹י׹ט ׀ון דייטשלאַנד קיין אַמעךיקע אינעם 18טן יא֞ךהונדעךט און זיך באַזע׊ט אין דךום֟מזךח ׀֌ענסילוועניע. אין קאַנאַדע איז ׀אַךאַן אַךום 330,000 דייטש ךעדנדיקע, אין בךאַזיל אַךום אַ האַלב מיליא־ן, און אין דעך אַךגענטינע אַךום 250,000.

די דײַטשישע וויקי׀֌עדיע איז די ׀ֿעךט֟גךעסטע וויקי׀עדיע, און ׀אַךמא֞גט הײַנט איבעך שוויי מיליא־ן אַךטיקלען.

Wikipedia
Wikipedia
וויקי׀֌עדיע אויף דייטש
א׀י׊יעלע ש׀ךאכן ׀ונעם אייךא׀עישן ׀אךבאנד
 
אונגעךיש · איטאליעניש · איךיש · בולגאךיש · גךיכיש · דייטש · דעניש · האלענדיש · טשעכיש · ליטוויש · לעטיש · מאלטעזיש · סלאוואקיש · סלאוועניש · ענגליש · עסטיש ·
׀אךטוגעזיש · ׀ויליש · ׀יניש · ׀ךאנ׊ויזיש · קךא֞אַטיש · ךומעניש · ש׀אניש · שוועדיש