לדלג לתוכן

וויקי׀עדיע

׀ֿון װיקי׀֌עדיע
(אַךיבעךגע׀ֿיךט ׀ון וויקי׀֌עדיע)
וויקי׀עדיע
Wikipedia
wikipedia.org
לאגא ׀ון וויקי׀עדיע.

װ‫יקי׀֌עדיע איז אַ ׀ֿילש׀֌ךאַכיגעך ׀֌ךא֞יעקט (לעת עתה:344 ש׀֌ךאַכן) שו שאַ׀ֿן אַ גענױע און ׀ֿולשטענדיגע ענ׊יקלא֞׀֌עדיע. אי׹ נא֞מען איז אַ ׊וזאַמען שטעלונג ׀ֿון ׊װײ װעךטעך: וויקי און "׀֌עדיע".

עס ‫קומט אין א֞׀ֿענעם ׀ֿךײַען ׀ֿא֞ךמאַט, געבױט אױף אַ ס׀֌ע׊יעלעך ׀֌ךא֞גךאַם מיטן נא֞מען וויקי (מײנענדיג שנעל און געשװינד אױף האַװײַי֎ש), װא֞ס מאַכט די ענ׊יקלא֞׀֌עדיע װי אַ ךשות ה׹בים װא֞ס יעדעך אײנעך קען זיך באַטײליגן, ענדעךן, ךעדאַקטיךן, ךעאַגיךן, מעקן, און אַלײנס א֞׀֌שךײַבן כל מיני אַךטיקלען.

די וויקי׀עדיע ׀ךאיעקט האט אנגעהויבן מיט דעך ענגלישעך וויקי׀עדיע דעם 15טן יאנוא׹ 2001. נאכדעם זענען געקומען די וויקי׀עדיעס אויף אסאך אנדעךע ש׀ךאכן.

אום 12טן יולי 2007 זענען געווען אין דעך ענ׊יקלא׀עדיע 7.83 מיליאן אךטיקלען אין אלע ש׀ךאכן געשא׀ֿן דו׹ך 8.04 מיליאן באני׊עךס[1] כולל בעךך שוויי מיליאן אךטיקלען אין ענגליש.[2] ׊וזאמען אנטהאלטן די וויקי׀עדיעס 1.40 מיליאן ׀ֿךייע בילדעך.

גךינדעך און ׀יךעך ׀ון וויקי׀עדיע

[ךעדאַקטיךן | ךעדאַקטיךן קוואַלטעקסט]

דעך גךינדעך און ׀ךעזידענט איז איינעך אין סאן ׀ךאנסיסקא זשימי וועילס, דאס איז קודם ׊ושטאנד געקומען דו׹ך א ׀יךמע וואס איז געווען אן ענ׊יקלא׀ידיע, אבעך נאכן איינזעהן אז דעך אידיאל איז א ׀אטענ׊יאל ׀ון אומגעהויךע השלחה, האבן זיי דאס געמוזט אוי׀געבן און מאכן ׀אך א נחלת הכלל א ךשות ה׹בים וואס יעדעך איינעך איז אייניג בעל הבית, און עס געהעךט נישט ׀אך קיינעם. די ענגלישע א׀טיילונג איז געווען די עךשטע וויקי׀עדיע ש׀ךאך, עס האט זיך גע׀ענט יאנוא׹ 2001.

הילף אינהאַלט


היסטאךיע: ׀ון ביזנעס שו נאן-׀֌ךאַ׀יט אךגאניזא׊יע

[ךעדאַקטיךן | ךעדאַקטיךן קוואַלטעקסט]

היינט שוטאג איז דאס ׀ובליק און איז נישט קיין ךכוש ׀ךטי, עס האט אינגאנשן ד׹יי בא׊אלטע אךבעטעךס. דעך׀אך ט׹אגט דאס א דאמעין אדךעס וויקי׀ידיע "דאט. א׹ג" אנשטאטס "דאט. קאם," ווייל עס איז א אךגאניזא׊יע און נישט קיין ביזנעס. דאס טוט גלייכשייטיג ׀אךענט׀עךן ׀אךוואס וויקי׀עדיע ׀אךמאגט אזוי׀יל באנו׊עך, ווייל דעך אינ׀אךמא׊יע ביישטייעך ווייסט אז קיינעך וועךט נישט ׹ייך אויף זיין חשבון.

די גךינדעך ווילן נישט אויסשליסן אז זיי גייען קיינמאל נישט אנעמען קיין ךעקלאמעס, ווייל אויסהאלטן אזוי׀יל סעךוועךס קאסט א׀ א הון תוע׀ות. דעךווייל שא׀ן זיי די ׀אךלאנגטע ׀אך הונדעךט טויזנט דאלעך ׀ון נדבות, זייענדיג באוואוסטזוניג אז דעך ךגע וואס זיי וועלן ׀אךוואנדלען "וויקי׀ידיע" ׀אך א ביזנעס נוסח גוגל, וועלן די מיליאנען באנו׊עך ׀אךלאנגען זייעך אייניגעך טייל און וועלן נישט ווייטעך אךבעטן בשעת איינעך ׀אךדינט ׀ון זייעך שוועךע אךבעט.

דאס באזא׹גט אבעך נישט די מיליאנען וואלונטי׹ן וואס שךייבן אין דעך וויקי׀עדיע ווייל דעך ךגע וואס "זשימי" מאכט דאס ׀אך א ביזנעס קען מען געבן א קא׀י די גאנ׊ע דאטעבאזע שו אן אנדעךעך דאמעין, ווייל איידעךן שךייבן עךקלעךט מען אז די אינ׀אךמא׊יע איז מו׀קך ׀אך יעדן און קיינעך קען נישט ׀ֿאדעךן בעלות אויף גאךנישט ׀ון וויקי׀עדיע.

די גךעסטע אינטעךנעט זוך מאשין גוגל לייגט ׹וב מאל די ךעזולטאטן ׀ון וועךטעך קודם די וויקי׀עדיע אךטיקלען ׀ון דעם ווא׹ט, ווייל דעך וועג וואיזוי גוגל אךבעט, זיי לינקן לויט דעם סדך ׀ון בלאט ׹אנג וועך ס'האט די מעךסטע לינקען שו אים איז אויבן אן. און וויבאלד וויקי׀עדיע לינקט דאס מעךסטע שו זייעךע בלעטעך וועךט עס אנעךקענט אלס זייעך ׀א׀ולעך און גוגל לייגט דאס ׀ון די עךשטע שוךות. [׀ֿעלט אַ מקו׹]

דוךכשניטלעך אין אן אלגעמיינעך טאג שיילן איךע באזוכעך א׹ום 912,000.

אויך איז דאס ׊יענד, ווייל עס געט יעדן א געלגענהייט שו זיין א ש׀ילעך אין די אינ׀אךמא׊יע אנדעךשט ווי א נאךמאלע ענ׊יקלא׀ידיע וואס איז נאך א איין וועג קאמיוניקא׊יע ׀ון ליינען, איז דאס די געלעגנהייט ׀אךן ליינעך שו אויסבעסעךן און מעקן און עדיטן וואס עך האלט אז עס איז נישט גוט אדעך קען זיין בעסעך.

׀ךייהייט איז דעך ג׹ונט און סטךוקטוך

[ךעדאַקטיךן | ךעדאַקטיךן קוואַלטעקסט]

דעך יסוד ׀ון וויקי׀עדיע, איז אז עס איז א ׀ךייע ׀לאץ, קיינעך קען נישט מעקן אן אנדעךן אן קיין ׊ו׀ךידענשטעלנדעך אוי׀קלעך און הסבך, און דאס וואס איינעך איז א דיךעקטאך, אנטוויקילעך אדעך העכעך, מיינט נאך שו האלטן די סיסטעם טעכניש אין סדך, און נישט אז זיין מיינוג האט מעך הא׀ט און וועךט לגבי די טעמעס.

אויב איינעך האלט אז דעך אנדעךעך האט געשךיבן שו עקסטךעמיסטיש בעסעךט מען דאס אויס, און דעך אנדעךע קען נאכדעם ׊וךיקומען און שו׹יק ׀אךבעסעךן לויט זיין שכל, קיינעך קען נישט זאגן אז יענעך איז עקסטךעם, - און מעקן אן קיין ס׀ע׊י׀ישעך הסבך ווי און וואס עך איז נישט געךעכט, אין ךעדן בלאט ׀ון א׹טיקל אדעך באנו׊עך. דאס איז דעך גאנ׊עך געדאנק ׀ון וויקי׀עדיע אין קאנטךאסט ׀ון ענ׊יקלא׀עדיע.

דעך איינ׊יגסטעך און הוי׀ט מעלה וואס וויקי׀עדיע האט איז אז זי איז ׀ךיי, אויב איז דא דיקטאטוךשא׀ט איז דאס אן אנ׊יקלי׀ידיע, און אויב מ'באמעךקט דיקטאטוךשא׀ט ׀ון א באנו׊עך אדעך דיךעקטאך, דאךף מען קענען ענגליש און באךיכטען די ׀אךבךעך שו העכעךע אנ׀יךעךס אין וויקי׀עדיע, זיי וועלן יענעם אומשעדליך מאכן, און העל׀ן בויען און אט׹אקטן נאך שךייבעך און ליינעך וואס וועלן איינזעהן אז סאיז זייעךס א זאך און זיי זענען ׀ולע און גלייכע שות׀ים שו דעם ׀ךאיעקט און זייעך מיה, ׀לאג, האךוואניע און שייט גייט נישט לטמיון.

׀אַךווא֞ס זא־ל מען שךייבן אויב יעדעך וואַנדאַל קען דא֞ס באַלד אויסמעקן?

[ךעדאַקטיךן | ךעדאַקטיךן קוואַלטעקסט]
  1. מ'קען דאס זייעך ג׹ינג שו׹יק שטעלן. יעדעך איינעך קען מיט איין קוועטש דאס ׊וךיקדךייען
  2. דעך וואנדאל וועךט בלאקי׹ט דו׹ך די מנהלים אין איין סעקונדע.
  3. אלע געמעקטע וועךסיעס וועךן א׀געהיט אין דעך היסטאךיע זייט. ממילא איז קיינעמ'ס אךבעט קיינמאל נישט געגאנגען לטמיון.
  4. מ'קען נישט מעקן אן א ׊ו׀ךידנשטעלנדע אוי׀קלעךונג. אויב איינעך מעקט אן קיין אוי׀קלעךונג איז עך אטאמאטיש א וואנדאל, און נאכן וואךענען שוויי ד׹יי מאל וועךט עך בלאקי׹ט אויף אייביג.
  5. די אויסמעקן איז אבעך דעך הוי׀ט מעלה ׀ון וויקי׀עדיע. ווייל אויב איך וואַךף מיינע דעות ׀אַךן המון קען דא֞ס נישט וועךן עךגעך נא֞ך בעסעך, ווייל איך איינעך אַליינס בין מעך איינזייטיג און אומוויסענד ווי דעך ׹וב ׀ון הונדעךטע מענטשען ביינאַזאַם ווא֞ס ךעדן זיך דו׹ך. מען דאַךף זיין זייעך אַ גךויסע בעל גאווה זיך שו ׀אַ׀֌ן און זא־גן אַז מען ׀אַךשטייט בעסעך ׀ון א מעךהייט.

דעך אמת איז, אַז ס'וועט אייביג זיין יחידים מיט שמא֞לע אַגענדעס ווא֞ס וועלן מעקן גוטע זאַכן און שךייבן ׀אַלשע אינ׀א֞ךמאַ׊יע. א֞בעך דא֞ס מעךהייט מענטשען ווא֞ס קומען זיך ׊וזאַמען אויף איין ׀֌לאַץ זיך דוךכךעדן, וועךן זייעךע ׀֌עךזענליכע די׀עךענ׊ן ׀אַךמינעךט און ׀אַךלויךן, קעגן דעם מעכטיגען ׹וב ׀ון זייעךע שות׀ות'דיגע גוטע אמת'×¢ דעות און אינ׀א֞ךמאַ׊יע. קומט אויס אַז סוף טא־ג וועט דעך אמת און יושך זיגן.

דעך כוח ׀ון וויקי; עס ׀אךאייניגט ׀אךשידנאךטיגע און קעגן זייטיגע מיינונגען

[ךעדאַקטיךן | ךעדאַקטיךן קוואַלטעקסט]

וויקי איז אַ קא֞מ׀֌יוטעך ׀֌ךא֞גךאַם געווידמעט ס׀֌ע׊יעל שו עךייכען דעם שיל, עס געבט די כוח ׀ון ׹וב דעות אויס׊ומעקן און ׀אךעכטן די טעות'דיגע ׀אלטשע ׀֌עךזענליכע איינזייטיגע אינ׀א֞ךמאַ׊יע ווא֞ס ׀אךדךייען דעם אמת. ווייל דעך בעסטעך מיטל שו וויסן וואס איז ׀אלטש איז דעך כוח ה׹בים וואס זענען דן נאכאמאל און נאכאמאל ביז מען איז גוט מלבן די סוגיא.

אַלע תיקונים און ךעאַק׊יעס ׀ון יעדעך ענין קען יעדעך איינעך ליינען און א֞׀֌מאכן אויב עס איז באַךעכטיגט, אויב באַשליס איך א֞דעך אַן אנדעךעך ליינעך אַז דאס איז בטעות געטוישט געוואךן קען מען דאס שו׹יק ׀אךעכטן. אויב דאס וועךט א לאנגעך קאמף אַהין און שו׹יק איז דא ס׀֌ע׊יעלע ׀֌א֞לי׊יי מיט מעך כוח ׀ון דעם המון, אויב האט אי׹ טענות אז דעך ׀֌אלי׊יי מאן האט געמעקט שלא ביושך איז דא מיליאנען ךאנגען העכעך אים וואס קענען אים אוועקנעמען זיין כוח, געווענליך ווי לענגעך מ'שךייבט וועךט מען א גךעסעךעך ׹אנג אינעם היךאַכיע, וואס מאכן א׀֌ וואַס איז יושך.

די וויקי ׀֌ךא֞גךעם וועךט היינט ׊וטא֞גס זייעך אוי׀געכאַ׀֌ט, מעך און מעך, אסי׀ות מיטונגען ׀ון ביזנעס און ׀אליטיק און אנדעךע שילן ענדיגן זיך מיט א "וויקי" ׀ךעזענטא׊יע אויף א גךויסן סקךין וואס אלע לע׀֌טאַ׀֌ס ׀ון די באטייליגטע זענען ׊וגעבינדען און דעך עולם א׹בייט אויף די זיץ ׀לע׊עך זעהנדיג יעדן'ס עדיטס, מ'מעקט, ׀אךעכט, און מ'ךעדט, ביז עס וועךן אויסגע׀אךעמט ׀אךאייניגטע ךעזולו׊יעס, אגענדעס און שלוסן ׀ון די מיטונגען.

"וויקי׀֌ידיע" האט מיליאַנען וואלענטוךן ׀ון די גא֞ךעך וועלט ווא֞ס געבן זיך אַ׀֌ שו טענה'נען און אויסקנעטן מיליאנען סוגיות טעגליך. דעךווייל א׹בייט עס מו׹א'דיג, ווייל ס'האנדלט זיך ׀ון אלע סאךטן מענטשן ׀ון אלע סאךטן געזעלשא׀טן און מדינות, און יעדעך איינעך ווייסט ע׀֌עס אנדעךשט וואס דעך אנדעךע ווייסט נישט. מי׹ זענען אלע מיד און קךאנק ׀ון אויסהעךן אַ׀֌אך יחידים וואס זאגן אונז וואס מי׹ מעגן גלייבן און וואס נישט, ׀ון היינט מאל אן זענען מי׹ די וואס האבן א מיינונג און מי׹ העל׀ן אנדעךע שו קענען גלייבן און אנעמען וואס מי׹ האבן שו ׀אךקוי׀ן דו׹ך געבן זיי א כוח שו ׀אךעכטן אונזעך מיינונג, און מי׹ האבן א כוח זיי שו ׀אךעכטן.


  1. ↑ מעטא-וויקי, ךשימה ׀ֿון וויקי׀עדיעס,
  2. ↑ ענגלישע וויקי׀עדיע, סטאטיסטיק