לדלג לתוכן

ענ׊יקלא׀עדיע

׀ֿון װיקי׀֌עדיע

‫ ענ׊יקלא֞׀֌עדיע איז אַ ׀יל׀אכיגעך איינזאַמלונג ׀ֿון אינ׀אךמא׊יע אויף אלע הינזיכטען ׀ון װיסנשאַ׀ֿט מיט גאנ׊ע אךטיקלען אױף אַלע טעמעס וואס איז נאך ׀אךהאנען.

שטאמט ׀ון א גךיכיש ווא׹ט, "ענ׊יקלא: אינ׀אךמא׊יע - ׀֌עדיע: אךומנעמענדיג" כאטשיג די מושג ׀ון איינזאמעלונגן ׀ון אינ׀אךמא׊יע איז שוין אלט טויזנטעך יא׹ן איז אבעך דעך טעךמין "ענ׊יקלא׀עדיע" עךשט א׹יין אין קךא׀ט און 1541.

׀יך עיקךדיקע עלעמענטן

[ךעדאַקטיךן | ךעדאַקטיךן קוואַלטעקסט]

עס זענען ׀אךאן ׀יך עיקךדיקע עלעמענט וואס דע׀יניךן אן ענ׊יקלע׀עדיע: די טעמע ׀ונעם אינהאלט, ב׹ייטקייט, א׹גאניזי׹ן מעטאד און ׀ךאדוק׊יע מעטאד:

  1. אן ענ׊יקלא׀עדיע קען זיין אויף אן אלגעמיינעם או׀ן, מיט אךטיקלען אויף טעמעס אין אלע ׀עלדעך (למשל, די ענגליש֟ש׀ךאכיקע EncyclopÊdia Britannica און די דייטש֟ש׀ךאכיקע Brockhaus זענען ב׹ייט באקאנט). אן אלגעמיינע ענ׊יקלא׀עדיע אנטהאלט א׀ט א וועךטעךבוך אדעך וועגווייזן אינ׀אךמא׊יע. עס זענען אויך ׀אךאן ענ׊יקלא׀עדיעס וואס דעקן א בךייטע ךייע ׀ון טעמעס ׀ון א געוויסן קולטוךעלן, עטנישטן אדעך נאשיאנאלן ׀עךס׀עקטיוו, ווי למשל, Encyclopaedia Judaica (די יידישע ענ׊יקלא׀עדיע), אנ׊יקלו׀דיה תלמודית, און די Great Soviet Encyclopedia.
  2. אן ענ׊יקלא׀עדיע קען איבעךגעבן די געזאמעלטע וויסן אין א ס׀ע׊י׀ישן ׀עלד, ווי אן ענ׊יקלא׀עדיע ׀ון מעדי׊ין, ׀ילאסא׀יע אדעך געזע׊ן. ווי ב׹ייט איז דעך מאט׹יאל און ווי טיף די דיסקוסיע איז א׀הענגיק אין דעם שיל שיבו׹.
  3. כדי אן ענ׊יקלא׀עדיע זאל זיין גוט נישבא׹ דאךף זיין א כסדךדיקעך מעטאד ׀ון אךגאניזא׊יע ׀ונעם מאט׹יאל. היסטאךיש זענען ׀אךאן שוויי הוי׀ט מעטאדן ׀ון אךגאניזא׊יע ׀אך געדךיקטע ענ׊יקלא׀עדיעס:אדעך אל׀אבעטיש, וואו מען אךאנזשיךט די אלע באזונדעךע אךטיקלען אין אן אל׀אבעטישן סדך, אדעך היעךאךכיש. אלגעמיינע ענ׊יקלא׀עדיעס זענען געוויינלעך אויסגעלייגט אויף אן אל׀אבעטישען שטייגעך. היינט אבעך, מיט עלעקטךאנישע מעדיע, איז מעגלעך שו האבן עטלעכע אךגאניזא׊יע ׀אך דעם זעלבן אינהאטל. ווי אויך מיט עלעקטךאנישע מעדיע איז מעגלעך שושולייגן א זוך מעגלעכקייט.
  4. מאדעךנע ׀ךאיעקטן ווי וויקי׀עדיע שא׀ן נייע ׀אךעמען ׀ון אויסשטעלן דעם אינהאלט. דאס איז מעגלעך סיי ווי א געשע׀ט, ׀אך ׹ווחים, ווי די ענ׊יקלא׀עדיע ב׹יטאניקא, און סיי אינגאנשן דו׹ך וואלוטי׹ן, ווי וויקי׀עדיע, וואס וועךט גע׀יךט דוךף א ׀ונדא׊יע.

אנטוויקלונג ׀ון דעך ענ׊יקלא׀עדיע

[ךעדאַקטיךן | ךעדאַקטיךן קוואַלטעקסט]
Naturalis Historiae, 1669 אויסגאבעך, שעך בלאט
די גךויסע דענישע ענ׊יקלא׀עדיע (Den Store Danske EncyklopÊdi)

ביכעך וואס ׀ךואוון אךומ׊ונעמען דאס מענטשלעכע וויסן עקזיסטיךן שוין ׀ון אוךאלטע שייטן. די עךשטע שךיט שו שא׀ן ביכעך וואס נעמען א׹ום די הוי׀ט געביטן ׀ון וויסן האט מען געמאכט אין או׹אלט ׹וים. איינע ׀ון ׀ךיסטע ענ׊יקאל׀עדישע וועךק וואס איז איבעךגעבליבן ביז מאדעךנע שייטן אין דעך חיבו׹ געשיכטע ׀ון נאטו׹ (לאטייניש: Naturalis Historia) ׀ון ׀ליני דעך עלטעךעך, און ךוימישעך ׀אליטיקעך וואס האט געלעבט אין דעם עךשטן יאךהונדעךט ׀ון דעך ׊יווילעך ךעכענונג. עך האט ׀אך׀אסט א וועךק ׀ון 37 קא׀יטלעך וועגן נאטיךלעכעך היסטאךיע, אךכיטעקטוך, מעדי׊ין, געאגךא׀יע, געאלאגיע און אנדעךע אס׀עקטן ׀ון זיין אךומיגעך וועלט. עך שךייבט אין דעם ׀אךוואךט אז עך האט ׊וזאמענגעקליבן 20,000 ׀אקטן ׀ון 2000 וועךק געשךיבן דו׹ך מעך ווי 200 שךייבעך, און דעך׊ו האט עך ׊וגעלייגט נאך א סך אךטיקלען ׀ון זיין אייגענעך דעך׀אךונג. מען האט ׀אךע׀נטלעכט זיין וועךק אין די יא׹ן 77-79, און עס איז גאנץ מעגלעך אז עך האט נישט געהאט געענדיקט ךעדאקטיךן זיין וועךק בשעת זיין טויט ביים אוי׀ךייס ׀ון וועזואוו אין יא׹ 79.‏[1] זיין וועךק איז געווען ב׹ייט אנגענומען אין דעם מיטל אלטעך און אין דעם 16טן יאךהונדעךט האט מען אנגעהויבן ךו׀ן אזא וועךק אן ׎ענ׊יקלא׀עדיע׎.

די עךשטע ענ׊יקלא׀עדיעס זענען נישט געווען אזוי באקוועם שו נישן אזוי ווי די היינטיקע. יעדעך ביישטייעך האט אךיינגעלייגט אךטיקלען אזוי ווי עס האט אים גע׀ֿאלן. שום בייש׀יל, דעך חיבו׹ ׀ון ׀ליני דעך עלטעך וועךט איינגעאךדנט לויט אלגעמיינע טעמעס וואס קומען אין א געוויסן לאגישן סדך, נישט אל׀אבעטיש אזוי ווי מ׳איז געוואוינט היינט.

די גךעסטע ענ׊יקלא׀עדיע וואס מ׳האט אמאל ׀ֿאך׀ֿאסט איז די ענ׊יקלא׀עדיע וואס מ׳האט ךעדאגיךט לויטן בא׀על ׀ונעם כינעזישן קייסעך אינעם 17טן יאךהונדעךט, און וואס אנטהאלט 5,020 בענדעך.

ענ׊יקלא׀עדיעס אוי׀ן סטיל וואס איז היינט באקאנט האט מען אנגעהויבן ׀אךע׀נטלעכען אינעם 18טן יאךהונדעךט:

  • אין יא׹ 1704 האט דזשאן האךיס אךויסגעגעבן דעם "לעקסיקאן טעכניקום", וואס איז געווען די עךשטע ענ׊יקלא׀עדיע א׹גאניזי׹ט לויטן אל׀אבעט.
  • אין יא׹ 1728 האט א׀ךים טשיימבעךס אין ענגלאנד אךויסגעגעבן די "׊יקלא׀עדיע - אוניוועךסאלישעך וועךטעךבוך ׀ון קונסטן און וויסנשא׀טן", וואס האט געדינט אלס ג׹ונט ׀אך דעך גךויסעך ענ׊יקלא׀עדיע.
  • אין יא׹ 1750 איז אךויסגעקומען אין ווענע׊יע, איטאליע, דעך עךשטעך באנד ׀ון 14 בענדעך ׀ון דעך הלכה֟ענ׊יקלא׀עדיע "׀חד ישחק", ׀ון ׹בי ישחק לאמ׀ךאנטי. די ענ׊יקלא׀עדיע האט אנטהאלטן הלכה֟ אךטיקלען לויטן סדך ׀ונעם אלף֟בית. דעך לע׊טעך באנד איז דעךשינען אין בעךלין דו׹ך דעם מקישי נ׹דמים ׀אךלאג אין יא׹ 1888.
  • אין די יא׹ן 1768-1771 האט דעךשיינט אין סקאטלאנד די עךשטע אויסגאבע ׀ון "ענ׊יקלא׀עדיע בךיטאַניקאַ".
  • אין יא׹ 1772 איז געקאנטשעט געוואךן דעך גאנג ׀ון ׀אךע׀נטלעכן די 28 בענדעך (17 בענדעך ׀ון טעקסט און 11 בענדעך ׀ון אילטסטךא׊יעס) ׀ון דעך ׀ֿךאנ׊ויזישעך גךויסעך ענ׊יקלא׀עדיע (Encyclopédie ou dictionnaire raisonné des sciences, des arts et des métiers) - "ענ׊יקלא׀דיע, אדעך אוי׀קלעךונג֟וועךטעךבוך ׀ון די וויסנשא׀טן, קונסטן און וועךק". די דאזיקע ענ׊יקלא׀עדיע איז געווען א סאךט ענ׊יקלא׀עדישע וועךטעךבוך ׹ב היקף וואס האט איינגעשלאסן דע׀יני׊עס ׀ון וועךטעך און ׀יל ענ׊יקלא׀עדישע אךטיקלען. די ענ׊יקלא׀עדיע איז ךעדאגיךט געוואךן דו׹ך זשאן לע ׹אן דשאלעמבעך און דאני דידעךא. מען האט אנגעהויבן שךייבן די ענ׊יקלא׀עדיע אין יא׹ 1751, מיט 140 שךייבעך, און זי האט אנטהאלט 72 טויזנט אךטיקלען. וואלטעך און זשאן-זשאק ךוסא האבן זיך אויך באטייליגט אין אי׹.
  • אין יא׹ 1809 איז אךויסגעגאנגען די ענ׊יקלא׀עדיע ב׹יטאניקא אין זעקס בענדעך.
  • אן עקסטךעמעך בייש׀יל ׀ון אן ענ׊יקלא׀עדיע מיט א ב׹ייטן ׀אךנעם איזי די מאנומענטאלישע ענ׊יקלא׀עדיע וואס מען האט אךויסגעגעבן אין דייטשלאנד Allgemeine EncyclopÀdie der Wissenschaften und KÃŒnste, in alphabetischer Folge (אלגעמיינע ענ׊יקלא׀עדיע ׀ון וויסנשא׀טן און קונסטן, לויטן סדך ׀ונעם אל׀אבעט) וואס האט אנטהאלט אךטיקלען מיט ביז 1,000 בלעטעך. די ענ׊יקלא׀עדיע האט אנגעהויבן וועךן ׀אךע׀נטלעכט אין 1818 אין דעך 168סטעך און לע׊טעך באנד איז אךויסגעגאנגען אין יא׹ 1914.
  • די על׀טע אויסגאבע ׀ון דעך ענ׊יקלא׀עדיע ב׹יטאניקא וואס האט זיך דעךשינען אין 1911 ווייזט דאס גאנ׊ע וויסן אין אנהייב ׀ונעם 20סטן יאךהונדעךט. זי וועךט ׀אךךעכענט די בעסטע אויסגאבע ׀ון דעך בךיטאניקע, און טייל האלטן א׀ילו די בעסטע ענ׊יקלא׀עדיע וואס האט זיך נאךווען דעךשינען. ׀יל אךטיקלען אין אי׹ זענען ׊על מאל לענגעך ווי די ׀אךאלעלע אךטיקלען אין אנדעךע ענ׊יקלא׀עדיעס. דאס איז געווען די עךשטע אויסגאבע מיט אךטיקלען געשךיבן אויך דו׹ך ׀ךויען. די דאזיגע אויסגאבע איז מעך נישט געשי׊ט דו׹ך קא׀יךעכט, און עקזיסטיךט אין אן עלעקטךאנישן ׀ֿאךמאט.
  • נאך אנזיכטיקע ענ׊יקלא׀עדיעס זענען די ש׀אנישע "Enciclopedia Universal Illustrada" און "ענסיקלא׀עדיא אוניוויךסטל מיקךאנעט", און די דייטשע "Meyers Konversations-Lexikon" און "Brockhaus und Efron".

די היינטיקע וועךסיע ׀ֿון אײַנזאַמלען לױטן אַל׀ֿאַבעטישן סדך ׀ֿון די הױ׀֌ט֟װעךטעך די אךטיקלען וועלכע ווידמען אלע-עךלײ ׊ענטךאַלע באַגךי׀ֿן, דעךשײַנונגען און װי אױך מענטשן, עךטעך, געשעענישן אאז"וו, הא־בן אין דעם 18טן יא֞ךהונדעךט אױסגעטךאַכט די ׀ֿךאַנ׊ויזישע ׀ֿילא֞זא֞׀ֿן, שךײַבעך און װיסנשאַ׀ֿטלעך װעלכע מען ךו׀ֿט טאַקע "די ענ׊יקלא֞׀֌עדיסטן" מיט דיד׹א־ אין הוי׀֌ט. די דא֞זיגע סיסטעם ׀ֿון ׊ונױ׀ֿזאַמלען די סאַמע בעסטע וויסנשא׀טן, קענטעניסן און באגךיי׀ונגען ׀ֿון יעדעך גענעךא׊יע איז געװא֞ךן גא־׹ שטאַךק ׀ֿאַךש׀֌ךײט איבעך דעך ׊יװיליזיךטעך װעלט, זינט דעך סאַמע עךשטעך ׀ֿךאַנ׊ויזישעך ענ׊יקלא֞׀֌עדיע הא־ט דעך "ענ׊יקלא֞׀֌עדישעך" זשאַנעך זעלבסט דוךכגעמאַכט ׀ֿאַךשידענע גילגולים אין די װײַטעךדיקע ׀֌עךיאדן װי אױך בײַ ׀ֿאַךשידענע ׀ֿעלקעך און קולטוך֟קךייזן.

יי֎דיש-ש׀֌ךאַכיקע ענ׊יקלא֞׀֌עדיע

[ךעדאַקטיךן | ךעדאַקטיךן קוואַלטעקסט]

די גךעסטע (כאטש נישט די עךשטע) גאַנ׊ע ענ׊יקלא֞׀֌עדיע אויף יידיש איז די יידישע וויקי׀עדיע, אַ ׀ֿךײַע אינטעךנעט ענ׊יקלא֌׀֌עדיע ווא֞ס װעךט ךעדאַקטיךט זייט 2004.

  1. ↑ Naturalis Historia