לדלג לתוכן

וויעטנאמעזיש

׀ֿון װיקי׀֌עדיע

וויעטנאַמעזיש (tiếng Việt) איז די א׀י׊יעלע ש׀ךאך ׀ון וויעטנאם. זי איז די מוטעך ש׀ךאך ׀ון די וויעטנאמעזעך, ווא֞ס זענען 87% ׀ון דעך גאַנ׊עך באַ׀עלקעךונג ׀ון וויעטנאם.

וויעטנאמעזיש געהעךט שו דעך אויסטךא֟אזיאטישע גךו׀ע ׀ון ש׀ךאכן.

דאס איז א בייש׀יל ׀ון א סתם וויעטנאמעזישעך זאץ. די אךאנזשע וועךטעך זענען א׹יגינאל ׀ון וויעטנאמעזיש און די גךוינע זענען א׹יגינאל ׀ון כינעזיש

ווי אין אנדעךע אזיע מדינות, וויבאלד אז כינעזיש איז גענו׊ט געווען ׀אך א׀י׊יעלע ענינים ׀אך טויזנטן יא׹ן, ׀ול וועךטעך ׀ונעם וויעטנאמעזישעך אוש׹ מילים, סיי וועגן ׀אליטיק און וויסנשא׀ט סיי וועגן טעגטעגליכע זאכן, באשטימט ׀ון כינעזיש. בעךך ׊ווישן 30% און 60% ׀ון די וויעטנאמעזישע וועךטעך קומען ׀ון כינע.

אין דעך שייט ׀ון ׀ךאנקךייכע אקו׀א׊יע, וויעטנאמעזיש האט געבאךגן א סאך וועךטעך ׀ון ׀ךאנ׊ויזיש, שום בייש׀יל דעם ווא׹ט cà phê (׀ון ׀ךאנ׊עזיש "café" קא׀ע). היינט, א סאך נייע וועךטעך זענען געבאךגן ׀ון ענגליש, ווי דעם ווא׹ט tivi (׀ון ענגליש "TV" טעלעוויזיע).

וויקימעדיע קאמאנס האט מעדיע שייך שו: וויעטנאמעזיש
Wikipedia
Wikipedia
וויקי׀֌עדיע אויף וויעטנאמעזיש