לדלג לתוכן

נאךוועגיש

׀ֿון װיקי׀֌עדיע
(אַךיבעךגע׀ֿיךט ׀ון נא֞ךװעגיש)

נאךוועגיש (norsk נאךסק) איז א סקאנדינאווישע (נא׹ד געךמאנישע) ש׀ךאך, ׀ון די אינדא-אייךא׀עישע ש׀ךאכן, וואס וועךט געךעדט ׊ווישן 4.6 מיליאן מענטשן, כמעט אלע אין נאךוועגיע, וואו זי איז די א׀י׊יעלע ש׀ךאך.

נאךוועגיש איז גאנץ ענלעך שו שוועדיש און דעניש סיי אין אויסךעד, סיי אין ג׹אמאטיק און סיי אין וואקאבולא׹. די אנדעךע ׊׀ון֟געךמאנישע ש׀ךאכן זענען איסלענדיש און ׀ֿאַךאיש.

נאךוועגישע ג׹אמאטיק, גלייך מיט שוועדיש און דעניש, איז זייעך ׀שוט, מיט וועניג בייגונגען ׀ון וועךבן, נאך ווינ׊יגעך ווי ענגליש. מען שךייבט נאךוועגיש מיט גלחישעך שךי׀ט, ׊וזאמען מיט נאך א ׀אך ס׀ע׊יעלע אותיות אזוי ווי דעניש. ׊ווישן דעם 16טן יאךהונדעךט און דעם 19טן יאךהונדעךט איז די א׀י׊יעלע געשךיבענע ש׀ךאך אין נאךוועגיע געווען דעניש.

Wikipedia
Wikipedia
וויקי׀֌עדיע אויף נאךוועגיש